
הלכות דעות פרק ב
אין פרק ב׳ פון הלכות דעות ברענגט דער רמב״ם דעם משל פון א חולה הגוף וואס זיין טעם איז קאליע געגאנגען — אזוי אויך ביי חולי הנפשות, מענטשן וואס זייערע מידות זענען פארקרימט און זיי מיינען אז שלעכט איז גוט. די רפואה איז צו גיין צו חכמים און זיך מרגיל זיין אין
Rambam Yomi · Rav Yoel Usher Labin and Rav Yitzchok Lowy
Audio is streamed directly from the publisher (yitzchoklowy.com) as published in their RSS feed. Play Podcasts does not host this file. Rights-holders can request removal through the copyright & takedown page.
Show Notes
אין פרק ב׳ פון הלכות דעות ברענגט דער רמב״ם דעם משל פון א חולה הגוף וואס זיין טעם איז קאליע געגאנגען — אזוי אויך ביי חולי הנפשות, מענטשן וואס זייערע מידות זענען פארקרימט און זיי מיינען אז שלעכט איז גוט. די רפואה איז צו גיין צו חכמים און זיך מרגיל זיין אין דעם פארקערטן עקסטרעם — למשל א כעסן זאל זיך פירן ווי ער פילט גארנישט — ביז ער קומט צוריק צום דרך הממוצע. ביי גאוה און כעס אבער זאגט דער רמב״ם אז מען דארף שטענדיג בלייבן ביים עקסטרעם פון ענוה און רואיגקייט, ווייל די זענען מחלות וואס דארפן אייביגע רפואה. דער פרק באהאנדלט אויך שתיקה — אז מענטשן רעדן צופיל און א חכם זאל רעדן ווייניג ווערטער מיט אסאך תוכן — און דעם איסור פון גניבת דעת און חנופה, אז א מענטש דארף זיין תוכו כברו און נישט אפנארן אפילו מיט איין ווארט.
Related Content