
Audio is streamed directly from the publisher (traffic.libsyn.com) as published in their RSS feed. Play Podcasts does not host this file. Rights-holders can request removal through the copyright & takedown page.
Show Notes
דער וועלט-בארימטער מגיד און בעל השקפה הרב שמעון שפיטצער שליט"א פון ארה"ק וועט אי"ה אויפטרעטן אין וויליאמסבורג קומענדיגן זונטאג במדבר, אין די נושא פון " ביזנעס סוקסעס מיט אמונה און בטחון, לעבן מיט'ן באשעפער אין די ביזנעס."
דער אויבערשטער וויל מיר זאלן זיין מוצלחים און האבן סוקסעס אינעם פינאנציעלן און פראפעסיאנאלן לעבן, און אין די זעלבע צייט שטייגן אין עבודת השם דורכ'ן עוסק זיין אין פרנסה אויפ'ן ריכטיגן וועג, מיט די ריכטיגע צוגאנג און השקפת התורה.
וואס איז אונזער חיוב השתדלות, און וויפיל דארפן מיר זיך פארלאזן אויפ'ן אויבערשטן? וואס איז יא בידינו און וואס נישט? וואס איז אונזער שליחות אינעם עולם המסחר
דאס און פול מער וועט אי"ה אויסגעשמועסט ווערן מיט אן אויסטערלישן קלארקייט און ברייטקייט, ספעציעל פאר בעלי בתים און בינעסלייט, וואס פארברענגען די גאנצע וואך אינעם עולם המסחר.
נאך שיעור וועט אויך זיין א ספעציעלע שאלות ותשובות סעסיע, וואו מען וועט קענען פרעגן אלע שאלות און ספיקות פון רבי שמעון שליט"א.
פראגעס קענען אריינגעשיקט ווערן ביז ערש"ק פר' בהר בחוקותי
כדי אנטיילצונעמען אינעם שיעור דארפט איר זיך איינשרייבן פון פאראויס און רעזערווירן אייער זיץ
https://havineinibusiness2.eventbrite.com
For additional info, please call - 347-351-2400